אמסטערדאם. – די אידישע געמיינדע אין האלאנד האבן דערגרייכט אן אפמאך מיט די ארטיגע רעגירונג אויטאריטעטן, וועלכע וועט ערלויבן כשר'ע שחיטה ווייטער אנצוגיין אומגעשטערט, טראץ פרואוון פון די האלענדישע באאמטע צו שטערן און פארבאטן שחיטה. דער אפמאך אין האלאנד גייט צוריק מיט עטליכע יאר. אין יאר 12' האט דער האלענדישער פארלאמענט דורכגעפירט א געזעץ וועלכע האט טיילווייז דערקלערט שחיטה אלס אומלעגאל, אבער דער העכערער פארלאמענט האט געשטעלט בלאקאדעס צום פארבאט, צוליב דער מעגליכקייט אז עס פארלעצט די רעליגיע רעכטן פון אידן און מוסולמענער. אין דער צייט וואס דער פארבאט איז דעבאטירט געווארן אינעם העכערן פארלאמענט, איז אן אפמאך געשלאסן געווארן אז כאטש אויף צייטווייליג זאל מען לאזן שחיטה אנגיין פאר מינימום נאך 5 יאר, אונטער שטרענגע וואך און פארשידענע מאסנאמען. יעצט האט מען פארלענגערט די ערלויבעניש פאר נאך 5 יאר, וואס ארטיגע אידן דרוקן אויס אפטימיזם אז זיי וועלן אויסנוצן די 5 יאר אויסצוהאמערן א פערמאנענטן ערלויבעניש.

בילד: האלאנד ערלויבט שחיטה פאר נאך 5 יאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל