וואשינגטאן – קריסטאפער רעי, וועמען פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט צו דינען אלס נייער עף-בי-איי דירעקטאר, איז נעכטן פארהערט געווארן דורך די סענאטארן אויף דער סענאט יורידישער קאמיטע, און צווישן די פארשידענע זאכן וואס האט ארויסגעשטארט ביים פארהער, איז געווען רעי'ס פארשפרעכונג צו זיין הונדערט פראצענט זעלבסטשטענדיג און אפגעריסן פונעם פרעזידענט, און נישט צוו געבן קיין טרייהייט שבועה פאר פרעזידענט טראמפ, וואס דאס האט טראמפ געהאט פארלאנגט פונעם ארויסגעווארפענעם עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי. אנדערע קאמענטארן וואס האבן געמאכט העדליינס, איז געווען ווען רעי האט געזאגט אז מען קען נישט סתם אזוי אוועקמאכן די אנגייענדיגע אויספארשונגען איבער רוסלאנד'ס שריט אין די אמעריקאנער וואלן און מעגליכע קאאפעראציע פון אמעריקאנער בירגער אין דער קאנספיראציע, אלס א "פאליטישע שפיל", ווייל עס איז א גאר ערנסטע זאך און דארף גרונטליך ווערן אויסגעפארשט. ווי עס זעט יעצט אויס, וועט רעי גאר גרינג און פאראייניגט באשטעטיגט ווערן אינעם סענאט צו זיין פאזיציע אלס נייער עף-בי-איי דירעקטאר, טראץ וואס א דאטום פאר זיין באשטעטיגונג איז נאכנישט באשטימט געווארן.

בילד: עף-בי-איי נאמינירטער פארשפרעכט זעלבסטשטענדיגקייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל