וואשינגטאן – די "אקסיאס" נייעס אגענטור האט נעכטן באריכטעט אז די גרופע לאיערס אינדרויסן פון ווייסן הויז, וועלכע רעפרעזענטירן פרעזידענט טראמפ אין די אנגייענדיגע רוסלאנד אויספארשונגען, ווילן בויען א וואנט צווישן טראמפ'ס איידעם דזשעראד קושנער און פרעזידענט טראמפ, אז קושנער זאל מער נישט קענען דיסקוסירן די אויספארשונג טעמעס מיט'ן פרעזידענט. לויט אקסיאס, ווערט דער שטילער קאמפיין קעגן קושנער געפירט דורך טראמפ'ס לאנגיעריגער פערזענליכער לאיער, מארק קאסאוויץ, און דער קאנסערוואטיווער שארפער לאיער, דזשעי סעקולאו, וועלכע האבן אין די לעצטע פאר טעג עטליכע מאל גערעדט צו קושנער און אים געגעבן צו פארשטיין אז זיי האבן גארנישט פערזענליך קעגן אים, נאר זיי ווילן באשיצן דעם פרעזידענט אין פאל עס הייבט זיך אן רעדן פון קרימינאלע אנקלאגעס. קושנער איז פאקטיש א הויפט פיגור אין די אויספארשונגען, צוליב פארשידענע ביזנעס דיעלס מיט רוסישע באאמטע, און מעגליכע דיסקוסיעס וואס ער האט געהאט מיט רוסישע פיגורן, און טראמפ'ס לאיערס ווילן אז טראמפ זאל עווענטועל קענען זאגן אז ער האט פון גארנישט געוואוסט, און דערמיט וואס קושנער האלט אין איין רעדן צו טראמפ פון דער טעמע, לייגט ער אריין דעם פרעזידענט טיפער אין פעקל.

בילד: באריכט: לאיערס ווילן וואנט צווישן קושנער און טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל