וואשינגטאן – אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט נעכטן געמאלדן אז די יוסטיץ דעפארטמענט פלאנירט אויפצונעמען ארום דריי הונדערט פרישע פראקורארן, וועלכע וועלן זיין קאנצענטרירט אויף באקעמפן ווילדע קרימינאליטעטן וועלכע זענען לעצטנס געשטיגן איבער'ן לאנד, און ספעציפיש אויף אזעלכע באנדעס ווי די "עם-עס-13", וועלכע איז אויסגעשטיגן בלויז אין עטליכע מאנאטן אלס די מערסט-געפארפולע און מערסט-ברוטאלע גענג באנדע איבער'ן לאנד, מיט פיליאלעס אויך אין אנדערע לענדער. סעשאנס האט אין זיין מעלדונג ארויסגעברענגט אז פון יאר 14' ביז יאר 15' – דאס לעצטע יאר וואס די פעדעראלע רעגירונג האט שוין צוזאמגערעכנט די ציפערן – איז געשטיגן די קרימינאלע מארד ראטע איבער'ן לאנד מיט צען פראצענט, וואס איז די העכסטע שפרינג אין איין יאר זינט 968', און באזונדער האט סעשאנס געזאגט אז ס'איז געווארן שווערער פאר דער פעדעראלער רעגירונג צו באקעמפן קרימינאלע באנדעס, וויבאלד מער ווי 300 ליבעראל-קאנטראלירטע סיטיס איבער'ן לאנד ווילן נישט קאאפערירן און געבן נישט ארויס קרימינאלן וועלכע זענען אויך אומלעגאלע אימיגראנטן.

יוסטיץ דעפט. וועט אויפנעמען 300 פראקורארן צו באקעמפן גענגס ווי די עם.עס.13

בילד: 10 פאקטן איבער די  עם.עס.13 גענג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל