וואשינגטאן – דער ארויסגייענדיגער עקזעקוטיוו פון די נאציאנאלע אמעריקאנער באן פירמע "עמטרעק", וויק מורמאן, האט נעכטן געזאגט אז די פירמע באטראכט א פלאן איינצושטעלן זיצן וועלכע וועלן זיין ווייניגער באקוועם פאר די פאסאזשירן, וואס וועט ערלויבן די פירמע ארויפצולאדענען מער פאסאזשירן פער באן. עמטרעק פארלירט געלט יעדן איינציגן טאג, נאר ווערט געהאלטן אין ביזנעס דורכ'ן נישט האבן קיין גרויסע קאנקורענטן, וועלכע שטעלן צו די סארט באנען וואס זי שטעלט צו, פון איין עק לאנד ביז'ן צווייטן, און אויך ווערט זי פינאנציעל געהאלפן דורך דער פעדעראלער רעגירונג און פילע סטעיטס. מורמאן זאגט אז ווי עס האלט יעצט, זענען די זיצן אויף די באנען פיל באקוועמער ווי אויף פליגערס, און דער פלאן וואס ווערט באטראכט איז, אז מען וועט איינשטעלן די זעלבע סארט זיצן וואס זענען דא אויף פליגערס אין דער "עקאנאמיע" אפטיילונג. אזוי וועט מען קענען ארויפשטעלן מער פאסאזשירן פער באן, וואס וועט אויטאמאטיש באדייטן מער איינקונפט.

בילד: עמטרעק באטראכט נייע כמו-פליגער זיצן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל