שיקאגא – א פעדעראלער אפעלאט געריכט אין שיקאגא האט נעכטן געאורטיילט אז דאס וויסקאנסין געזעץ, וועלכע איז באקאנט אלס דער "רייט טו ווארק" געזעץ, איז הונדערט פראצענט לעגאל אויסגעהאלטן. דאס געזעץ איז אין צענטער פון אן אנגייענדיגן קאמף צווישן ליבעראלע ארבעטער-יוניאן גרופעס און אזעלכע אקטיוויסטן וועלכע ווילן אפשאפן די יוניאנס. ארבעטער יוניאנס פלעגן שטענדיג פארלאנגען פון יעדן מיטגליד אינעם יוניאן אריינצוצאלן א געוויסע סומע געלט, אראפ פון די וועכנטליכע געהעלטער, און מען האט פאר א שטיק צייט כמעט נישט געקענט טרעפן קיין דזשאב אין א פירמע וואס איז געווען אונטערגעווארפן אונטער א יוניאן, נאר אויב מען איז טאקע געווען גרייט זיך אנצושליסן אינעם פאראיין און צאלן די ספעציעלע מעמבערשיפ געלטער. אין די לעצטע פאר יאר האבן סטעיטס אנגעהויבן קעמפן קעגן די יוניאנס, און אין פעברואר היי יאר איז מיזורי געווארן די 28'סטע סטעיט צו באשטעטיגן א "רייט טו ווארק" געזעץ, וועלכע זאגט אז אויב עמיצער וויל נישט זיין א מיטגליד אין אן ארבעטער יוניאן, מוז מען אים נאך אלץ האלטן אלס ארבעטער. דער אפעלאט געריכט אורטייל פון נעכטן איז געווען איבער דעם "רייט טו ווארק" געזעץ אין וויסקאנסין, באשטעטיגט אין יאר 15', און דאס געריכט האט געגעבן גערעכט פאר דער אנטי-יוניאן באוועגונג און פאר די וויסקאנסין סטעיט באאמטע מיט'ן רייט-טו-ווארק געזעץ.
הוסף רשומת תגובה