ניו יארק – עס שטעלט זיך ארויס אז ס'לוינט זיך צו וואוינען אין ניו יארק און זיין א מאטאריסט... א שטודיע פון די "עי-עי-עי" צייגט אז דרייווער וועלכע וואוינען אינדרויסן פון ניו יארק און קומען אריין אין דער סטעיט און פארמאגן איזי-פעס אויפן קאר, באצאלן זיי מיט עטליכע דאלאר מער ביי די "עם-טי-עי" בריקן און טונעלן, ווי דרייווער וועלכע וואוינען אין ניו יארק און האבן רעגיסטרירט זייערע איזי-פּעסער אין דער סטעיט. דאס איז אזוי צוליב וואס א נישט-באקאנטע עם-טי-עי רעגולאציע הייסט די אגענטור געבן דיסקאונטס פאר ניו יארקער איינוואוינער. א ביישפיל פון די טייערערע טאללס פאר דרויסנדיגע איינוואוינער איז, אז אין דער צייט וואס א ניו יארקער איזי-פעס באזיצער וועט באצאלן 5 דאלער און 76 צענט דורכצופארן די "אר-עף-קעי" בריק, וועט א דרייווער מיט אן איזי-פעס פון אן אנדערע סטעיט, צאלן אזויפיל ווי 8 דאלער און 50 צענט.

בילד: נישט-ניו יארקער צאלן טייערער איזי-פּעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל