אילינאי – נעכטן האבן די אוויאציע אויטאריטעטן אין שיקאגא פובליצירט א לענגערן באריכט אין וועלכע זיי רעקאמענדירן א סעריע טוישונגען אינערהאלב די סיטי'ס לופטפעלדער, און איינס פון די זאכן וואס זיי רעקאמענדירן, איז אז אין פאל עס ברעכן אויס געשלעגן צווישן פאסאזשירן און שטאב אויף פליגערס, זאל עס באהאנדלט ווערן דורך געהעריגע שיקאגא סיטי פאליציי אפיצירן, און נישט דורך די זיכערהייט אפיצירן און וועכטער וואס זענען איינגעשטעלט אינעם לופטפעלד. דער באריכט און די רעקאמענדאציע איז די רעזולטאט פון א דריי מאנאטיגער אויספארשונג, וואס איז אונטערגענומען געווארן אין רעאקציע צום אינצידענט וועלכע איז געווארן פארוואנדלט אין אן אינטערנאציאנאלער געשיכטע, ווען דער וויעטנאמעזער אפשטאמיגער דעיוויד דאו איז אראפגעשטויסן געווארן מיט גרויס ברוטאליטעט פון א יונייטעד עירליינס פליגער דורך לופטפעלד זיכערהייט אפיצירן. די אוויאציע אויטאריטעטן זאגן אז די שיקאגא סיטי פאליציי זענען בעסער טרענירט און מער געאייגנט צו לעזן אזעלכע סארט סיטואציעס.

בילד: שיקאגא טוישט אוויאציע געפעכטן רעגולאציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל