מאנהעטן – ניו יארק סיטי איז אפיציעל געגאנגען אין קריג... קעגן די מייז און ראטן. די שטאטישע געזונטהייט דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן אז עס וועט אוועקגעשטעלט ווערן מער ווי 32 מיליאן דאלער מיט'ן ציל פטור צו ווערן פונעם אנשיקעניש פון ראטן אין די גאסן און אין די הייזער, וואס אין די לעצטע יארן ווערט עס נאר ערגער און ערגער, און דער ספעציפישער ציל איז צו רעדוצירן די צאל ראטן מיט זיבעציג פראצענט ביז'ן ענדע יאר 18'. די דריי געצילטע געגנטער זענען מאנהעטן, בראנקס און ברוקלין, און די שטאטישע געזונטהייט אויטאריטעטן זאגן אז נישט נאר וואס ראטן זענען אן אנשיקעניש ווייל זיי נידערן די לעבנס-קוואליטעט און רואיגקייט, נאר זיי ברענגען מיט זיך אויך דעם געפאר פון ארומטראגן פארשידענע דעזיזעס און באקטעריעס. רוב פון די 32 מיליאן דאלער וועט אויפגעגעבן ווערן אויף פארבעסערונגען אין פובליק האוזינג אפארטמענט געביידעס, וואו די בעיסמענטס, וועלכע באשטייען בלויז פון אראפגעלייגטע צעדרוקטע זאמד, וועלן ווערן ערזעצט מיט ספעציעלע צעמענט וועלכע פארטרייבט ראטן, און אויך וועלן אלע פובליק מיסט–קאנעס אין די דערמאנטע געגנטער ערזעצט ווערן מיט אזעלכע וואס פארמאגן גאר שמאלע עפענונגען, אז ראטן זאלן נישט קענען דארטן אריינגיין.

בילד: ניו יארק סיטי דערקלערט מלחמה קעגן ראטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל