ליאו טשיאבא, א פראמינענטער מענטשן רעכט אקטיוויסט און קעמפער פאר דעמאקראטיע אין כינע איז געשטארבן אין כינעזער טורמע נעכטן אין עלטער פון 61, ער האט געדינט א טערמין פון 11 יאר צוליב זיין אנטי-רעגירונג אקטיוויטעטן, אין די לעצטע וואכן איז כינע אויסגעשטאנען אונטערנאציאנאלע דרוק אז זי זאל אים ארויסלאזן קיין אמעריקע ווי ער וואלט געקענט באקומען בעסערע באהאנדלונג פאר זיין לעבער קענסער מיט וואס ער האט זיך געפלאגט.

ליאו טשיאבא איז באקנאט אלס איינע פון די העעראישע קעמפער פאר מענטשן רעכט און איז באעהרט געווארן מיט די נאבעל שלום פרייז אין 2010 פאר זיין לעבנסלענגליכע קאמפ פאר דעמאקראטיע. טשיאבא האט פארבראכט די מערהייט פון זיין לעבן אונטער ארעסט, אנגעהויבן פון זיינע יונגערע יארן ווען ער איז געווען פון די ארגאניזירער פון די היסטארישע פראטעסט אין טיאנמען סקווער וועלכע האט זיך געענדיגט אין א בלוט-באד, און נאגעפאלגט אין די קומענדיג יארן ווען ער האט זיך געשטעלט אין געפאר צו אויפדעקן פאר די וועלט די גרוילטאטן פון די רעזשים אין כינע. די קאמיטע פון די נאבעל פרייז האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי באשולדיגן די כינעזער רעגירונג אין זיין טויט וויבאלד זיי האבן צוריקגעהאלטן פון אים גוטע טריעטמענט.

בילד: פראמינענטע כינעזער דיסידענט ליאו טשיאבא געשטארבן אין טורמע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל