די ׳סימאנס׳ פירמע וועלכע פראדוצירט מאשינעס קומט אונטער גרויס קריטיק און שטייט מעגליך אויס סאנקציעס נאכדעם וואס אבזערווירער אינעם ראיאן צווישן רוסלאנד און אוקראינע, האבן אויפגעכאפט אין די לעצטערע טעג ערנסטע ליפערונג אקטיוויטעטן פון רוסלאנד צום קרים האלב-אינזל, וואו רוסלאנד האט שוין אפגעשיקט אין די לעצטע וואך צייט אמווייניגסטנס 4 גיגאנטישע עלעקטראנישע טורביין מאשינען, וועלכע ווערן גענוצט צו שאפן ענערגיע און עלעקטעריציטעט, זינט רוסלאנד האט אנעקסירט דעם האלב-אינזל קרים שטייען זיי אויס שווערע סאנצקיעס פון די אינטערנאיאנאלע געמיינדע, און ספעציעל ווען עס קומט צו אקטיוויטעטן וועלכע זענען דירעקט פארבינדן מיט די אקופאציע פון קרים.

לויט די פארשריפטן פון די אייראפעאישע פאראיין טארן נישט די אייראפעאישע פירמעס פארקויפן קיין שום ענערגיע פראדוקטן פאר דער רוסיש-קאנטראלירטער רעגירונג אין קרים. סימאנס טוט אבער לייקענען אז זי האט געוויסט אז די מאשינען זענען געצילט צו ווערן אפגעשיקט קיין קרים, עקספערטן זענען אבער ביי די מיינוג אז זיי האבן יא געוויסט און ווי עס זעהט אויס וועט די אייראפעישע פאראיין עפענען א אויספארשונג דערוועגן.

בילד: דוישטע ״סימאנס״ פירמע אונטער קריטיק פאר׳ן צושטעלן סופליי פאר רוסלאנד-קאנטראלירטע קרים

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל