דעמאקראטן אין קאנגרעס האבן נעכטן פרובירט צו דורכפירן א רעזאלוציע וואס זאל באגרעניצן די צוטריט וואס דשערעד קושנער קען האבן צו געהיימע רעגירונג אינפארמאציע אין ליכט פון די פריש אנדעקטע באריכט וועלכע דעקט אויף אז ער האט זיך געטראפן מיט א לויערקע וועלכע ער האט געגעלייבט האט פארבינדונגן מיט די קרעמעלין. קאנגרעספרוי דעבי וואסערמאן-שולץ די געוועזענע פארזיצערין פון די דעמאקראטישע פארטיי האט אויפגעברענגט דעם אמענדמענט אין לויף פון א זיצונג אין די אפראפריעשאנס קאמיטע, די פארשלאג האט באקומען די שטיצע פון אלע 22 דעמאקראטישע מיטגלידער און איז אבער אנידערגעשטימט געווארן דורך די 30 רעפובליקאנער מיטגלידער אין די קאמיטע.

לויט באריכטן טוט דער ספעציעלער אויספארשער ראבערט מילער אויך אריינקוקן אין א אנדערע מיטינג וועלכע קושנער האט אפגעהאלטן מיט א רוסישע באנקירער מיט נאנטע פארבינדונגען צום קרעמעלין. וואסערמאן-שולץ האט געזאגט אז זי פלאנט צו פארשלאגן א געזעץ וועלכע זאל אויטאמאטישע אוועקנעמען קליערנעס פון רעגירונג ארבייטער וועלכע טוען נישט באריכטן געשפרעכן מיט אויסלענדישע רעגירונגען. אזוי אויך איז היינט נענסי פעלאוסי ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט רופנדיג צו ׳רעוואוקן׳ די קליערענס פון קושנער.

בילד: רעפובליקאנער בלאקירן פרואוו צו אוועקנעמען פון קושנער זיכערהייטס קליערענס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל