פרעזידענט טראמפ געפונט זיך יעצט אויף א באזוך אין פאריז פראנקרייך אלס די אפיציעלער גאסט פון דעם פראנצויזישן פרעזידענט עמנואל מאקראן, און ער וועט זיין דער עהרן גאסט ביי די טראדיציאנאלע מארש וועלכע ווערט אפגעראכטן אין די ׳באסטיל טאג׳ אין וועלכע די פראנצויזן צייכענען אפ זייער זעלבסשטענדיגקייט און דעמאקראטיע, די איינלאדענונג איז געקומען צו אפצייכענען 100 יאר פון ווען אמעריקע האט אריינגעטרויטן אינעם ערשטן וועלט קריג און געראטעוועט פראנקריייך און גאנץ אייראפע. עס איז די דריטע באזוך פון פרעזידענט טראמפ קיין אייראפע און עס טראגט א שטארקע דיפלאמאטישע וויכטיגקייט נעמנדיג אין באטראכט אז מאקראן איז א וויכטיגע וועלט פירער און פארמאגט א שטארקע איינפלוס אויף די אינטערנאציאנאלע ארענע, אין זייער ערשטע באגעגעניש ביי די נאט״א סאמיט איז פארגעקומען א אומבאקוועמע מאמענט צווישן זיי ווען מאקראן האט געשאקלט דעם פרעזידענט׳ס הענט אין זייער א אגרעסיווע וועג, און דער פראנצויזישער פרעזידענט האט שפעטער ערקלערט אז ער האט דערמיט געוואלט מאכן א פאליטישע סטעיטמענט, אבער די יעצטיגע באזוך איז געווען גאר פריינטליך און פרעזידענט טראמפ האט באקומען א גאר קעניגליכע אויפנאמע.

בילד: פרעזידענט טראמפ שטאט אפ א באזוך אין פאריז פראנקרייך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל