פרעזידענט טראמפ איז נאכ׳ן זיין רעלאטיוו איינגעהאלטן ארום די לעצטע סקאנדאל ארויסגעקומען פארטיידיגן זיין זוהן איבער די לעצטע סקאנדאל אין וועלכע ער ווערט באשולדיגט אין א אומעטישע האנדלונג ווען ער האט אויסגעדריקט גרייטקייט צו נעמען הילף פון רוסלאנד צו באקומען נעגאטיווע אינפארמאציע איבער הילערי קלינטאן, דער פרעזידענט האט ביי די פרעסע קענפערענץ אינאיינעם מיט׳ן פראנצויזישן פרעזידענט פארטיידיגט זיין זוהן, ״ער איז א וואונדערבארער יונגערמאן, ער האט אנגענומען א פארשלאג פון א רוסישע לויערקע, נישט קיין רעגירונג באאמטע, א זייער קורצע זיצונג, עס איז געגאנגען זייער שנעל, און איך מיין אז פון א פאליטישע שטאנדפונקט וואלט יעדער פאליטיקאנט אנגענומען אזא פארשלאג״ ער איז ווייטער געגאנגען מיט די געווענליכע טראמפ רעטאריק פון באשולדיגן די פרעסע אין אלע פראבלעמען, און האט שטארק אוועקגעמאכט די גאנצע סאמאטוכע אלס א שטורעם אין א גלעזל וואסער.

בילד: פרעזידענט טראמפ איבער זיין זוהן: יעדער פאליטיקאנט וואלט אנגענומען אזא פארשלאג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל