דער סענאט מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל האט נעכטן פארגעשטעלט א איבערגעמאכטע ווערסיע פון די העלט קעיר ביל וואס קאנגרעס האט דורכגעפירט, א ביל וואס טוט צופרידנשטעלן די קאנסערוואטיוון אין די פארטיי, אבער איז נישט נאכגעקומען די פארלאנגען פון די מעסיגע רעפובליקאנער וועלכע טוען זיך קעגנשטעלן צו טיפע שניטן אין די מעדיקעיד פראגראם וואס וועט איבערלאזן מיליאנען מענטשן אומפארזיכערט, דעריבער האבן צוויי צענטריסטישע רעפובליקאנער לידנזי גרעהעם פון סאוט קארלאיינע אינאיינעם מיט ביל קאסידי פון לואיזיאנע פארגעשטעלט זייער אייגענע ווערסיע פון דעם ביל, וועלכע טוט אנהאלטן די מערהייט פון די אבאמאקעיר איינצעלהייטן, אבער אנשטאט געבן ברייטע רעכטן פאר די פעדעראלע רעגירונג וועט די רעגירונג צוריקשיקן די שטייערן צו די סטעיטס וועלכע וועלן האבן די פולשטענדיגע רעכט וויאזוי זיך צו אומגיין מיט די פאנדן, גרעהעם האט געזאגט אז ער וויל ביידע ביל׳ס זאלן ארויפקומען אויפ׳ן טיש און מען זאל זעהן וועלכע ביל קען באקומען 50 שטימען, ער האט אויך אויסגעדריקט האפענונג אז ער זאל קענען באקומען שטיצע פון דעמאקראטן פאר זיין ביל.

בילד: רעפובליקאנער שטעלן פאר צוויי קעגנגעזעצטע העלט קעיר בילס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל