די פאליטישע כאאס וואס שפילט זיך אפ אין די לעצטע מאנאטן אין ווענעזועלע האט זיך אריבערגאכאפט ביז קיין וויליאמסבורג, און האט געברענגט א ווילדע געשלעג צווישן די קריגערישע זייטן אין די דארטיגע פאליטיקס, די אינצידענט האט פאסירט ווען דער אמבאסאדאר פון ווענעזועלע אין די פעלקער פאראיין, ראפאעל ראמיראז, איז געקומען פאר א מאלצייט אין די טייערע ׳פיטער לוגער׳ רעסטוראנט אויף דריגס עוועניו אינאיינעם מיט פאמיליע מיטגלידער, ער איז דארט אפגעווארט געווארן דורך אפאזיציע שטיצער וועלכע האבן אים קאנפראטירט איבער זיין ראלע אין די אנגייענדיגע אונטערדריקונג און ברוטאליטעט פון די מאדורא רעשים, זיי האבן אים פארשריגן אלס מערדער און געשריגן אויף אים אז ער האט א חלק אין די נאנט צו 100 טויטפעלער פון פראטעסטירער דורך די ווענעזועלע רעזשים.

די קאנפראנטאציע האט זיך שנעל דערקייקלט צו פיזישע געוואלדטאטן און פאליציי האט געדארפט קומען אויפברעכן דאס געשלעג. די אינצידענט איז בלויז נאך איין אין א רייע אינצידענטן לעצטנס און איז טייל פון א נייע טאקטיק פון די אפאזיציע צו ציהלן די מיטגלידער פון די רעזשים און פאמיליע מיטגלידער אינדרויסן פון די גרעניצן פון ווענעזועלע, עס זענען לעצטנס באריכטעט געווארן צענדליגע פעלער אין וועלכע פאמיליע מיטגלידער און באאמטע אין די רעזשים זענען אטאקירט געווארן דורך פראטעסטירער.

בילד: ווענעזועלע אומרוען כאפט זיך אריבער קיין… וויליאמסבורג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל