א פעדעראלע אפעלאט געריכט אין ניו יארק האט ארויסגעווארפן די אורטייל פון א פעדעראלע געריכט אין מאנהעטען מיט צווי יאר צוריק וועלכע האט פאראורטיילט דעם 73 יעריגן שעדלאן סילווער מיט 12 יאר טורמע איבער כאבאר קלאגעס, לויט די אנקלאגע האט סילווער אויסגענוצט זיין מאכט אלס ספיקער פון די ניו יארק לעגיסלאטיווע אסעמבלי צו שטופן פראגראמען און גרענטס פאר צוועקן ווי ער האט געהאט אינטערעסן און האט צוריקבאקומען פאר דעם אזויפיל ווי 5.3 מיליאן דאלער אין שוחד, אבער די אדוואקאטן פון סילווער האבן אפעלירט דעם אורטייל אין פעדעראלע אפעלאט געריכט, און היינט האט די געריכט אים גענצליך פרייגעשפראכן און איבערגעדרייט דעם אורטייל.

די יעצטיגע אורטייל איז באזירט אויף א פרישע אורטייל פונעם סופרים קאורט אין א אנדערע כאבאר קעיס, פונעם ווירדשיניע גאווערנער אין וועלכע די סופרים קאורט האט געאורטיילט אז ארגאניזירן זיצונגען און ארלעדיגן פראטעקציע איז נישט קיין אפיציעלע פונקציע, וואס באדייט אז רעגירונג באאמטע קענען נישט ווערן אנגעקלאגט אויב די אקט וועלכע זיי טוען אין אויסטויש פאר שוחד איז נישט קיין אפיציעלע רעגירונג פונקציע, און וויבאלד סילווער האט בלויז געשטופט און געשתדל׳ט פאר די וועלכע האבן אים באצאלט, און נישט דירעקט גענוצט זיין פאזיציע פון ספיקער, דעריבער קען ער נישט ווערן אנגעקלאגט.

בילד: שעלדאן סילווער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל