א קורצשלוס, האט היינט באטראפן געוויסע טיילן אין די קעטסקילס. די עלעקטריציטעט איז טאטאל אויסגעשאלטערט געווארן אין די פארנדעל, העריס, און ליבערטי געגנטער, נאכדעם וואס א שולע-באס האט אריינגעשמעטערט אין א עלעקטריק-שטאנג.

נאך לאנגע שטונדן ארבעט, איז די עלעקטריציטעט נארוואס צוריקגעשטעלט געווארן.

די קעטסקעל רידזשענעל (העריס) שפיטאל, האט נישט געליטן פונעם קורצשלוס, א דאנק די סאפיסטיקירטע גענעראַטאָרן וואס ווערט אויטאמאטיש אקטיוויזירט אין שפיטאל, און שטעלט צו עלעקטעראנישע קראפט, אין פאל פון נויט.

בילד: עלעקטריציטעט צוריקגעשטעלט אין די קעטסקילס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל