א אינטערעסאנטע לעגאלע פרעצעדענט שטייט יעצט פאר׳ן געריכט, נעמליך אויב דער פרעזידענט האט די לעגאלע רעכט צו בלאקירן אמעריקאנער בירגער פון זיין טוויטער קאנטע, די וועג וויאזוי טוויטער ארבייט איז אז מען קען בלאקירן באנוצער וואס די ווילסט נישט האבן מיט זיי קיין קאנטאקט, די בלאקירטע באנוצער האבן נישט די מעגליכקייט צו ליינען דיינע טוויטס אדער רעאגירן אויף זיי, און טראמפ האט בלאקירט געוויסע באנוצער וועלכע האבן רעאגירט נעגאטיוו צו זיינע טוויטס און אויסגעדריקט זייער קעגנערשאפט צום אים.

די אנקלאגע איז אריינגעגעבן געווארן אין א מאנהעטען פעדעראלע געריכט דורך א גרופע וועלכע אדוואקאטירט פאר די ערשטע אמענדמענד. די אנקלאגע זאגט אז דאס בלאקירן קעגנער אויף טוויטער טוט פארלעצן דאס פרייהייט פון ווארט און רעכט פון בירגער צו פראטעסטירן, די אנקלאגע איז געצילט קעגן די פרעסע שטאב אין ווייסן הויז אריינגערעכנט דער סעקערטאר שאן ספייסער. די אנקלאגע באזירט זיך אויף דעם אז דער פרעזידענט האט עפנטליך באצייכנט זיין טוויטער אלס אפיציעלע פארבינדונג צום פאלק, און צוליב דעם איז ער נישט ערלויבט צו אויסשליסן אינדיווידועלן באזירט אויף זייער פאליטישע מיינונג.

בילד: געריכטליכע אנקלאגע קעגן פרעזידענט טראמפ פאר׳ן בלאקירן קריטיקירער אויף טוויטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל