דעוויד ווילדשטיין, א נאנטער געהילף צו דעם ניו דשערזי גאווערנער קריס קריסטי און ווער עס איז געשטאנען אין שפיץ פון די ׳ברידשגעיט׳ סקאנדאל, האט היינט באקומען צוגעטיילט 3 יאר פראבעישן און 500 שטונדן פון קאמיוניטי סערוויס, אונטער א פלי בארגעין וואס ער האט געשלאסן מיט די פראוקראר אונטער וועלכע ער האט עדות געזאגט קעגן צוויי אנדערע רעפובליקאנער באאמטע וועלכע האבן געשפילט א ראלע אין די פרשה, ער איז פון אנהויב אויסגעשטאנען ביז עטליכע יאר טורמע אבער אונטער די פלי בארגעין האט ער זיך פארזיכערט א גרינגערע שטראף, די צוויי אנדערע ברידשעט קעלי און דער געוועזענער פארט אויטאריטי הויפט ביל באראני זענען דערווארטעט צו באקומען שווערער שטראפן. ווילדשטיין האט אין זיין אויפטריט אין געריכט שטארק אראפגעריסן קריס קריסטי און אים באשולדיגט אין דעם וואס די 3 פון זיינע געהילפן שטייען אויס די קלאגעס ״מיר האבן אלע געגעבן אונזער גאנצע צוטרוי אין א מענטש וועלכע האט זיך דאס נישט פארדינט״

בילד: דעוויד ווילדשטיין

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל