דאנעלד טראמפ דשוניאר האט נעכטן עפנטליך אויסגעדריקט פאדרוס איבער זיין באגעגעניש מיט׳ן רוסישן לויערקע זאגנדיג ״קוקנדיג אויף צוריק וואלט איך געטון זאכן אביסל אנדערש״ אזוי אויך איבער זיין לייקענען די גאנצע געשיכטע ביז עס איז אפירגעקומען אינפארמאציע פון קראנטע קוועלער דורך די ׳ניו יארק טיימס׳ טראמפ דשוניאר האט נעכטן געגעבן א לענגערע אינטערוויו פאר שאן העניטי א נאנטער פריינט פון די טראמפ׳ס און א מידיע פערזענליכקייט, ער האט אויך צוגעלייגט אז זיין טאטע האט גארנישט געוויסט דערפון.

אין די ערשטע טעג ווען די סקאנדאל האט אויסגעבראכן האט מען גארנישט געהערט פון פרעזידנעט טראמפ, א שווייגעניש וואס מאנכע האבן אויסגעטייטשט אז ער איז טאקע בייז אויף זיין זון און די קאמפיין שטאב פאר׳ן אים נישט געבן א באריכט איבער דעם זיצונג, נאכדעם וואס ער שרייט שוין מאנאטן אז עס איז נישט געווען קיין שום פארבינדונג צווישן זיין קאמפיין און די רוסן, אבער נעכטן איז פרעזידענט טראמפ ארויסגעקומען אין שטיצע פון זיין זוהן זאגנדיג אז ער איז ״א הויכע קוואליטעט פערזאן, און איך אפלאדיר זיין אויפריכטיגקייט און ערנסקייט״ מיינענדיג דערמיט די פאקט אז ער האט פארעפנטליכט די גאנצע אימעיל אויסטויש צווישן אים און די אדוואקאט.

ווי באריכטעט האט טראמפ דשוניאר אפגעהאלטן א זיצונג מיט א לויערקע וואס איז צום אים פארגעשטעלט געווארן אלס איינע וועלכע ברענגט אינפארמאציע דירעקט פון די רוסישע רעגירונג און איז געזאגט געווארן אז ׳דאס איז א טייל פון די שטיצע פון די רוסישע רעגירונג פאר מר. טראמפ׳ אויף וועלכע ער האט געענטפערט ענטוזיאסטיש אז ער איז אינטערסירט דערין. לויט טראמפ דשוניאר איז אבער גארנישט ארויסגעקומען פון די מיטיניג, און די לויערקע נאטאליע וועלעסקעניסקייע לייקנט אז זי האט סיי וועלכע פארבינדונג צו די קרעמעלין.

בילד: פרעזידענט טראמפ פארטיידיגט זיין זון אין די לעצטע סקאנדאל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל