קריס רעי, דער געוועזנער יוסטיץ באאמטער וועלכער איז באשטימט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ צו שטיין אין שפיץ פון די עף-בי-איי איז היינט ערשינען פארנט פון א פאנעל אין סענאט פאר א פארהער אין בעפארברייטונג צו זיין באשטעטיגונג, ער האט פארשפראכן זיך צו האלטן אומפארטייאיש און נייטראל אין זיין ארבייט אלס אנפירער פון די קערפערשאפט, און האט צוגעלייגט אז קיינער האט נישט פארלאנגט פון אים א צוזאגט פאר געטריישאפט, אזוי ווי טראמפ האט געבעטן פון קאומי לויט די נאטיצן.

סענעטאר לינדזי גרעהעם האט אים געצימבלט איבער די פרישע סקאנדאל ארום דעם יונגן דאנעלד טראמפ און זיין באגעגעניש מיט די רוסן, ער האט אים געפרעגט וואס ער וואלט אים געראטן צו טון אויב ער באקומט א פארשלאג פון די רוסן אים צו העלפן מיט די וואלן, אויף וואס רעי האט געענטפער אז ער וואלט אים געראטן צו זיך איבעררעדן מיט א לעגאלע עקספערט, און גרעהעם האט דערויף געענטפער ״דו גייסט זיין דער דירעקטאר פון די עף-בי-איי! דו מוזט האבן אן ענטפער״ רעי האט זיך ארויסגעדרייט זאגנדיג אז די עף-בי-איי וועט אויספארשן יעדע פרואוו פון אויסערליכע קערפערשאפטן צו זיך אריינמישן אין די וואלן.

ער איז געפרעגט געווארן וויאזוי ער וועט רעאגירן אויב ער וועט באקומען א פארלאנג פונעם פרעזידענט אדער פון די אדמינסטראציע צו בייגן די אויספארשונג אדער טון עפעס אומלעגאל, ער האט דערויף באלדיג געענטפער ״איך וועל רעזיגנירן״ רעי איז געווען א באאמטער אין די יוסטיץ דעפארטמענט אונטער פרעזידענט בוש און נאכדעם איז ער געווארן א פריוואטער אדוואקאט און האט פארטרעטן צווישן אנדערע דעם ניו דשערזי גאווערנער קריס קריסטי אין זיין ברידשגעיט סקאנדאל.

בילד: סענאט האלט אפ פארהערן פאר נאמינירטן עף-בי-איי דירעקטאר

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל