סייענטיסטן און נאטור פארשער ווארענען איבער א פרעצעדענטלאזע נאטור ערשיינונג, נעמליך א מאסיווע אייזבארג פון איבער 2,200 פירקאנטיגע מייל און וועגט איבער א טריליאן טאן האט זיך אפגעבראכן פון די אנטארטישע אייז קאנטינענט און האט זיך ארויסגעלאזט פאר א שווים אינעם אקעאן, דאס איז די גרעסטע אייזבארג איבער וועלכע מען ווייסט אין די היסטאריע, צום ביישפיל: די אייזבארג אזוי גרויס ווי די סטעיט דעלעוועיר.

די שטיק אייז ווערט שוין אבזארווירט א לאנגע צייט, און די שפאלט אין די אנטארטישע אייז איז נאכגעקוקט געווארן דורך סייענטיסטן וועלכע דרוקן אויס זארג איבער די שנעלע אויפלעזונג פון די אייז אינעם אנטארטישן קאנטינענט, א זאך וואס טוט דע-סטאביליזירן דעם פלאנעט׳ס קלימאט און ברענגט צו שטייגנדע ים שטאפלן, גלייכצייטיג ברענגט דאס אויך א טויש אין די דעמאגראפישע אויסשטעל פון די וועלט און ערלויבט צו באוואוינען פרישע פלעצער וואס איז אמאל געווען צו קאלט פאר מענטשליכע באוואוינונג.

די קלימאט אין אנטארטיקע איז נעכטן רעקארדירט געווארן ביי 63 גראד פערנהייט, א היסטאריש ווארימע קלימאט פאר דעם ארט, דאס ברענגט צו דאס אויפלעזונג פון שטיקער אייז און ברענגט מיט זיך אויך גלייכצייטיג אן אויפשטייג אין טוריזם אין אנטאריטיקע, און טוריסטן האבן היינט די געלעגנהייט צו זעהן ערטער וועלכע זענען פאר טויזנטער יארן געווען פארהוילן פון מענטשליכע אויגן.

בילד: גרעסטע אייזבארג אין היסטאריע לאזט זיך ארויס פון אנטארטיקע










גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל