די באמיאונגען פון כינע צו אויסברייטערן און פארשטערקערן זייער ארמיי און מיליטערישע מעגליכקייטן האט געגרייכט א פרישע שטאפל ווען כינע האט צום ערשטן מאל געעפנט א מיליטערישע באזע וועלכע געפונט זיך נישט אויף די כינעזער באדן, די באזע איז געעפנט געווארן אינעם אפריקאנער לענדל דזשיבוטי וועלכע געפונט זיך ביים צפון-מזרח ברעג פון אפריקע אויפ׳ן אינדיאנער ים, און איז א סטראטעגישע פונקט פאר כינע וועלכע פרובירט צו פארשטערקערן זייער עקאנאמישע און דיפלאמאטישע איינפלוס אין אפריקע, די אפיציעלע צייטונג פון די קאמוניסטישע רעגירונג האט פייערליך אפגעצייכנט די געשעעניש זאגנדיג אז דאס איז ווענד-פונקט פאר כינע און וועט זיין א סטראטעגישע אויבערהאנט פאר כינע.

די סאלדאטן וועלכע זענען אפגעשיקט אהין וועלן זיך באפאסן מיט באשיצן כינעזער קארגא שיפן אין די ארטיגע וואסערן קעגן פיראטן און אנדערע געפארן, און אזוי אויך שטיין גרייט צו דערלאנגען הילף אין פאל פון הומאניטארישע קריזיס אין אפריקע, לויט די כינעזער רעגירונג. כינע האט א שטארקע איינפלוס אויף דזשיבוטי און טוט אינוועסטירן אין דאס לאנד, און דערלאנגט איר און נאך אפריקאנער לענדער גרויסע געלטער אין שטיצע און אזוי אויך שיקט זי אהין זעלנער צו באוואכן פון אינערליכע קאנפליקטן.

 די כינעזער ארמיי איז נאך ווייט אונטערשטעליג פון די מאכטפולע מיליטער אין אמעריקע אבער זי איז גרעסער ווען עס קומט צו די צאל זעלנער, כינע פארמאגט א מיליטער פון איבער 2.3 מיליאן אקטיווע זעלנער, אין די לעצטע יארן טוט כינע אריינלייגן שווערע געלטער אין איר מיליטער אין א פרואוו איר צו מאדערנאזירן און איר שטעלן אלס קאנקורירנדע ארמיי אין פארגלייך צו די פאראיייגטע שטאטן. אין די לעצטע צוויי יאר אליין האט די כינעזער רעגירונג אינוועסטירט הונדערטער ביליאנען דאלער אין איר מיליטער, און איר מיליטערישע בודשעט שטייט גלייך אונטער די פאראייניגטע שטאטן.

בילד: כינע גרינדעט איר ערשטע אויסלענדישע מיליערישע באזע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל