בילד: קעמפ נאַ-דזשעע-וואַ

"עס זענען קיין פארהאן קיין ווערטער צו באַשרייבן די פּלוצלימדיגע פארלוסט פון אַ יונג לעבן, און יעדער אין די ניו דזשערסי Y קעמפּס קאמיוניטי קלאגט נאך די פטירה פון דניאל ביער."
אַ 11-יעריגע יונגל פארברענגענדיג אין אַ אידישע זומער קעמפ אין ניו דזשערזי איז אומגעקומען נאָכן ווערן האספיטאליזירט פאַר - וואָס קעמפ איינגעשטעלטע שילדערן ווי - "גאַסטראָוינטעסטאַנאַל סימפּטאָמס."

דניאל ביער פון נאָרוואָוד, ניו זשערסי, איז געווען אַ קעמפּער ביי קעמפ נאַ-דזשעע-וואַ (NJ-Y) אין מילפארד, פענסילוועניע, ווען ער איז אוועק אום יולי 10 אין די באָן סקאָוערס קאמיוניטי שפיטאל אין פּאָרט דזשערוויס, ניו יארק.

דער קעמפ איז אַ טייל פון די ניו דזשערסי וויי קעמפּס.

"עס זענען נישט פארהאן קיין ווערטער צו באַשרייבן די פּלוצלימדיגע פארלוסט פון אַ יונג לעבן, און יעדער אין די ניו דזשערסי Y קעמפּס קאמיוניטי קלאגט נאך די פטירה פון דניאל ביער", האבן קעמפ אַדמיניסטראַטאָרס געזאגט אין אַ צוגעגרייטע דערקלערונג, צולייגענדיג, "אונזער געדאנקען און תפילות זענען מיט דניאל און זיין משפּחה. "דער קעמפ האט אריינגעגעברענגט טרויער-קאָונסעלאָרס פאַר קעמפ'ערס און סטעף.

סטעיט פּאָליס פארשט דער יונגל'ס אומקום. "מיר זעהן גאָרנישט אויפפאלענד דערווייל, אָבער מיר באנעמען זיך מיט יעדער טויט מיט זארג, ספּעציעל אַז מיט אַ 11-יעריגע יונגל , און מיר אַרבעטן צו אויסשליסן אלע מעגליכקייטן," האט דערציילט מארק קייעס, אַ פאבליק אינפאָרמאַציע אָפיציר פאַר די פענסילוועניע סטעיט פּאליס. דורכאויס דינסטאג נאָכמיטאָג, איז נישט באשטעטיגט געווארן די אורזאך פון די טויט, אָבער קארבאן מאַנאַקסייד פאַרסאַמונג, טראַומע און פיזישע וואונדן איז שוין אויסגעשלאסן, לויט קייעס.

עס קוקט אויס אז עס האט זיך געהאנדלט פון א וויירוס אדער א אנדערע מעדעצינישע קרענק. דערווייל ווארט די פאליציי אויף די אָטאַפּסי (פאלמעסונג) באריכט.

אַ אימעיל צו די עלטערן, גע'חתמ'עט דורך NJY קעמפּס עקזעקיוטיוו דירעקטאָר לעאָנאַרד ראבינסאָן און נאַ-דזשעע-וואַ דירעקטאָר קערי גראווו, דערקלערט אַז ביער האט געהאט "גאַסטראָוינטעסטאַנאַל סימפּטאָמס איבערנאַכט, איז באהאנדלט אין אונדזער אינפירמאַרי, און איז גענומען געווארן צו די שפּיטאָל צופרי ווען די סימפּטאָמס האט זיך פּלוצלינג פארערגערט",

אַדמיניסטראַטאָרס האבן "געווארט פאַר די פולע מעדיצינישע באריכט צו באַשליסן פארוואָס זיין קראַנקייט האט זיך אַזוי שנעל פארערגערט," לויט די אימעיל.

דניאל'ס עלטערן, סעם און דזשיל ביער, האבן זיך געטראפן מיט די קעמפ אַדמיניסטראַטאָרס אין די שפּיטאָל.

אויף זיין פעיסבוק פראפייל, האט דניאל'ס פאָטער ארויפגעלייגט אַ בילד פון זיך מיט זיין זון, וואס פייערט זיין 11'טע געבורסטאָג אום יולי 4.

בילד: אויף זיין פעיסבוק בלאַט, האט דניאל'ס פאָטער ארויפגעלייגט אַ בילד פון זיך מיט זיין זון, וואס פייערט זיין 11'טע געבורסטאָג אום יולי 4.

נאך דריי קינדער, צווישן 8 און 12 יאהר אלט, האבן געהאט ענליכע סימפּטאמס די זעלבע טאג. אלע זענען געשלאפן אין די זעבע באָנק מיט דניאל. די דריי זענען גענומען געווארן צו די באָן סקאָוערס קאמיוניטי שפיטאל, אלס א פארזיכטיגע מיטל, און זענען שפעטער ארויסגעלאזט געווארן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל