ניו יארק סיטי – די עמטרעק באן פירמע פירערשאפט האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז די ערשטע וואך פון פארריכטונג ארבעט אויף די שינעס אין פען סטעישאן, איז געווען א מאסיווער סוקסעס, ווען די ארבעט האט זיך גערוקט פאראויס און די פירמע האפט אז מען וועט ענדיגן די ארבעט פריער ווי דער אפיציעלער סקעדזשול. עמטרעק זאגט אז דער פאקט אז די ארבעט אינעם ערשטן וואך איז אריבער מיט גרויס סוקסעס און פארשריט, איז צו פארדאנקען די צענדליגער טויזנטער ניו יארק סיטי איינוואוינער וועלכע האבן ארויסגעצייגט גרויס געדולד מיט די ערנסטע פארשפעטיגונגען און פארשלעפונגען וואס זענען די נאטורליכע רעזולטאט פון די קאנסטרוקציע ארבעט אין די פען סטאנציע, וואס ווי עס זעהט אויס וועט עס נישט זיין דער "זומער פון גיהנום" וואס גאווערנאר ענדרו קאומא האט געהאט פאראויסגעזאגט.

בילד: די עמטרעק באן פירמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל