מאנהעטן – ניו יארק סיטי קאמפטראלער סקאט סטרינגער האט נעכטן אפיציעל אינדארסירט מעיאר ביל דעבלאזיא פאר ווידערוויילונג, און דעבלאזיא האט צוריקגעטאן די טובה פאר סטרינגער און אים אינדארסירט פאר א צווייטן טערמין אלס סיטי קאמפטראלער. סטרינגער און דעבלאזיא האבן נישט געהאט די בעסטע באציאונגען אין די לעצטערע יארן, און סטרינגער האט אפטמאל עפנטליך קריטיקירט און אראפגעריסן דעבלאזיא'ס צוגאנג, און דעבלאזיא'ס שפענדערייען פאר פארשידענע זאכן וואס סטרינגער האט געהאלטן אז עס איז איבריג. סטרינגער האט אפילו ביז מיט עטליכע וואכן צוריק געקלערט פון זיך אליינס ארויסשטעלן אלס א קאנדידאט צו לויפן קעגן דעבלאזיא, אבער למעשה האבן די צוויי נעכטן אויפגעטרעטן אינאיינעם ביי א ראלי אין א פארק אין מאנהעטן, און האבן זיך איינער דעם צווייטן אינדארסירט, און געזאגט אז זייערע געפעכטן זענען נישט אזוי ערנסט ווי מען מיינט.

בילד: סטרינגער אינדארסירט מעיאר דעבלאזיא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל