מישיגען – אין די פריע פארטאגס שטונדן פון יולי 23, 967' האט אויסגעבראכן איינס פון די ערגסטע ראיאטן אין היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן, אויף די צוועלעפטע סטריט אינעם הארץ פון דעטרויט'ס צענטראלע סיטי, וועלכע איז דאן געווען באוואוינט מיט א שטארקע מערהייט פון טונקעלע אפריקאנער-אמעריקאנער. די ראיאטן האבן אויסגעבראכן אלס רעזולטאט פון דעם וואס די שווארצע איינוואוינער און ביזנעסער האבן זיך געשפירט אונטערדרוקט אונטער די פאליציי, און ווען פאליציי זענען אנגעקומען ארעסטירן דעם שווארצן וויליאם סקאט פאר אומלעגאלע האנדלונגען, האבן די שווארצע מאסן אין די גאסן זיך גענומען בונטעווען און ראיאטירן. ווען די ראיאטן זענען ענדליך אפגעשטילט געווארן פיר טעג שפעטער דורך זיבן טויזנט נעשאנעל גארד טרופן, זענען אזויפיל ווי 43 מענטשן געווען טויט, 342 פארוואונדעט און אריבער טויזנט געביידעס פארברענט. אצינד גרייט מען זיך אפצוצייכענען 50 יאר פון יענע בלוטיגע ראיאטן, און די אפעקטס דערפון שפירן זיך ביז היינט, ווען בעפאר די ראיאטן איז דעטרויט געווען די פערטע-גרעסטע סיטי אין לאנד, און יעצט איז עס די 21'סטע אויף די ליסטע.

בילד: דעטרויט וועט אפצייכענען 967' ראיאטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל