אריזאנע – אמווייניגסטנס פיר זענען אומגעקומען בשעת'ן שווימען אין אן אריזאנע טייך, ווען דער טייך האט זיך גענומען אויפשוועלן אלס רעזולטאט פון שווערע רעגנס אינעם ראיאן. די פארפלייצונגען האבן באטראפן דעם לאקאלן גילא קאונטי, און די רעגן שטורעמעס אין די לעצטערע טעג זענען אויפגענומען געווארן מיט פאזיטיווע באגריסונגען דורך די איינוואוינער, וויבאלד מען ליידט שוין עטליכע מאנאטן פון שווערע טרוקענישן. זייענדיג א הייסער טאג, זענען פילע געגאנגען שווימען אינעם ווערדא טייך, וועלכע איז ארום ניינציג מייל פונעם אריזאנע הויפטשטאט פיניקס, ווען ריזיגע כוואליעס האבן פלוצלינג אנגעהויבן פארפלייצן דעם טייך, פארשוועמענדיג פילע פון די מענטשן. לאקאלע מידיא באריכטן האבן געזאגט אז די צאל פאטאליטעטן פון די פארפלייצונגען האלט ביי 7, אבער די גילא קאונטי שעריף באאמטע האבן דערווייל באשטעטיגט 4, אריינגערעכנט צוויי קליינע קינדער. אויטאריטעטן האבן באנייט די ווארענונגען איבער'ן לאנד, צו זיין וואכזאם ביים גיין שווימען אין טייכן און ימ'ען.

בילד: טויטליכע פארפלייצונגען אין אריזאנע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל