האוואאי – אויטאריטעטן אין האוואאי האבן אונטערגענומען אן ערנסטע אויספארשונג צו דערגיין וואס האט געפירט צו די טראגישע פייער אין א האנאלולו וואלקנקראצער וואו 3 זענען אומגעקומען. דער פייער האט פאסירט שבת ביים מארקא פּאולאו טאוער, וועלכע איז 36 שטאקן הויעך. דער פייער האט אויסגעבראכן אין די העכערע שטאקן, און האט פארכאפט דריי שטאקן אין פלאמען, פון וועלכע א פאמיליע פון 3 זענען אומגעקומען נאכ'ן נישט קענען ארויסלויפן באצייטנס. דער פייער קומט נישט לאנג נאכדעם וואס עס האט פאסירט אן ענליכע פייער אין לאנדאן, ענגלאנד, וואו נאנט צו זיבעציג זענען אומגעקומען. אויטאריטעטן אין האוואאי זאגן אז די מארקאו פּאולאו טאוער האט נישט געהאט קיין ספרינקלערס וואס האט געהאלפן דעם פייער זיך פארשפרייטן שנעלער לענגאויס די 3 שטאקן, טראץ וואס זינט 974' מוז אלע הויכע געביידעס אין האוואאי האבן ספרינקלערס, וויבאלד די געביידע האט זיך געעפנט פונקטליך 3 יאר בעפאר די ספרינקלער רעגולאציעס זענען אריין אין קראפט.

בילד: פארשונג איבער האוואאי טורעם פייער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל