וואשינגטאן – אן אנקעטע וועלכע באטראכט פרעזידענט טראמפ'ס ערשטע זעקס מאנאטן אין ווייסן הויז, איז נעכטן פובליצירט געווארן, און עס ברענגט גאר שלעכטע נייעס פאר'ן פרעזידענט, ווען עס צייגט אז ער שטייט די נידריגסטע פון סיי וועלכן אמעריקאנער פרעזידענט זינט 975'. די אנקעטע, פון "וואשינגטאן פאוסט-עי-בי-סי ניוז", צייגט אז בלויז 36 פראצענט אמעריקאנער בירגער זאגן אז טראמפ טוט א גוטן דזשאב, און אין די זעלבע צייט זאגן 58 פראצענט אז ער טוט א שלעכטן דזשאב, וואס ווי געשריבן איז עס די נידריגסטע זינט 975', ווען בלויז 39 פראצענט אמעריקאנער האבן געהאלטן אז פרעזידענט דזשעראלד פארד טוט א גוטן דזשאב, שטייענדיג נאך די ערשטע 6 מאנאטן אין ווייסן הויז. טראמפ האט נישט געשפארט קיין צייט, און זונטאג אינדערפרי האט ער באלד רעאגירט צו די פרישע אנקעטע, שרייבנדיג אז דאס איז די זעלבע אנקעטע פירמע וועלכע האט זייער נישט-אקוראט פאראויסגעזאגט דעם אויסגאנג פון די וואלן. עס איז אנגעצייגט געווארן אז די לעצטע "וואשינגטאן פאוסט" אנקעטע פון בעפאר די וואלן, האט געצייגט אז קלינטאן גייט באקומען 49 פראצענט פון די שטימען און טראמפ 46 פראצענט. ביים ענדע האט טראמפ טאקע געווינען די נויטיגע צאל עלעקטארעל שטימען צו באקומען די פרעזידענטשאפט, אבער אין אפגעגעבענע שטימען איז דער "וואשינגטאן פאוסט" אנקעטע געווען גאנץ אקוראט, ווען קלינטאן האט פאקטיש באקומען 48 פראצענט פון די שטימען און טראמפ 46 פראצענט.

בילד: טראמפ קריגט 6-מאנאטן "רעפארט קארד"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל