וואשינגטאן – נעכטן איז די אמעריקאנער סיקרעט סערוויס אומדירעקט פארמישט געווארן אינעם אנגייענדיגן סקאנדאל ארום פרעזידענט טראמפ'ס זוהן און זיין זיצונג מיט רוסישע רעגירונג פארבינדעטע פיגורן פאראיאר יוני. לאיער דזשעי סעקולאו, וועלכער איז פון די פילע לאיערס וואס ארבעטן צו פארטיידיגן פרעזידענט טראמפ אין די אנגייענדיגע פעדעראלע אויספארשונגען ארום די רוסישע פרואוון צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן, איז נעכטן ערשינען אין א סעריע אינטערוויוס, פרובירנדיג צו פארטיידיגן די פרישע סקאנדאליעזע אויפדעקונגען איבער טראמפ דזשוניאר'ס זיצונג מיט'ן רוסישן לאיער נאטאלי וועסעלניטסקאיא און דער רוסישער לאביאיסט רינאט אקמעטשין, און סעקולאו האט געזאגט אז אויב דער זיצונג צווישן טראמפ דזשוניאר און די רוסישע פיגורן איז געווען אזא פארברעך, איז נישט פארשטענדליך וויאזוי די סיקרעט סערוויס האט ארויפגעלאזט די רוסישע פיגורן אין טראמפ טאוער און זיי נישט אפגעשטעלט. די סיקרעט סערוויס האט רעאגירט אין א סטעיטמענט צו סעקולאו'ס פרישע טעאריע, זאגנדיג פשוט און גראד אז טראמפ דזשוניאר איז אום יוני פאראיאר נישט געווען אונטער זייער שוץ, און דעריבער האבן זיי בכלל זיך נישט געקימערט מיט וועמען ער האלט אפ זיצונגען.

בילד: סיקרעט סערוויס און רוסלאנד סקאנדאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל