מאנטרעאל – אין אן אנטוישנדע אורטייל, האט א געריכט אין קוויבעק געגעבן גערעכט פאר א איד ליידער א מחלל שבת, נאכדעם וואס איר ארבעטסגעבער האט איר געוואלט צווינגען צו היטן שבת קודש. די רעדע איז פון די אידישע פרוי א. גראסי וועלכע איז די טיילווייזע אייגענטימערין פון א סאלאן אין מאנטרעאל, און האבנדיג דעם איד ריטשארד זילבערג, 54 יאר אלט, אלס ארבעטער, האט זי פרובירט אים נאנטער צו ברענגען צו אידישקייט און אים פארארדענט אז ער זאל נישט אריינגיין שבת צו דער ארבעט, וועלנדיג אים געבן א שאנס צו היטן שבת. למעשה האט ער דאס אנטזאגט און איז ווייטער אריינגעקומען יעדן שבת ארבעטן אינעם סאלאן (וועלכע איז אין א גוי'אישע געגנט און דער סאלאן אייגענטומער זאגט אז זיי האבן רבני'שע ערלויבעניש צו האלטן אפן שבת), ברענגענדיג דערצו אז פרוי גראסי זאל אים ארויסווארפן. דאס האט שוין פאסירט 5 יאר צוריק, און זילבערג האט גלייך געקלאגט גראסי אין געריכט, וואס די געריכטליכע פראצעדורן האבן זיך פארצויגן ביז יעצט, און א קוויבעק געריכט האט געאורטיילט אז גראסי מוז באצאלן נאנט צו צען טויזנט דאלער פאר זילבערג.

בילד: ריטשארד זילבערג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל