פאריז – פראנצויזישע אידישע ארגאניזאציעס זענען ארויסגעקומען מיט א געמיינזאמע אויסדרוק פון אויפברויז און אנטוישונג איבער דעם וואס די פראנצויזישע פראקורארן האבן נישט אריינגעשטעלט האס פארברעכן אנקלאגעס ביים אריינגעבן אנקלאגעס קעגן דעם טעראריסט וואס האט אומגעברענגט א אידישע פרוי. דער איסלאמישער טעראריסט קאבילי טראַאָורע האט ברוטאל אומגעברענגט די ארטאדאקסישע אידישע פרוי שרה חאלימי הי״ד, א באקאנטע לאנגיעריגע לערערין אין א אידישע בית חינוך לבנות אין פאריז, אום פארלאפענעם אפריל, דורכן איר אראפווארפן פון א הויכע געביידע ה"י, שרייענדיג דערביי אז ער טוט דאס פאר'ן מוסולמענער אללא. די אידישע ארגאניזאציעס זאגן אז אלע באווייזן צייגן קלאר אז דער טעראריסט האט דורכגעפירט די מארד מיט אנטיסעמיטישע מאטיוון, און וועגן דעם איז נישט פארשטענדליך פארוואס ער איז נישט אנגעקלאגט געווארן אויך מיט האס פארברעכן קלאגעס, און די גאנצע זאך קומט שוין נאכדעם וואס עס האט בכלל זיך פארשלעפט דעם קעיס ביז יעצט, ווען די פראקורארן האבן פרובירט צו פארווישן דער מארד און בכלל נישט קלאגן דעם טעראריסט.

בילד: קיין האס-פארברעכן פאר אידישע פרוי'ס מארד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל