קאירא – עס איז שוין א לענגערע צייט וואס עס הערשט רעלאטיווע רואיגקייט אין עגיפטן און מען הערט נישט פון קיין ערנסטע אינצידענטן, אונטער'ן שטייפן קאנטראל פונעם מיליטערישן-סטיל פרעזידענט אבדול על-סיסי, אבער די רואיגע שטימונג האט זיך אנגעהויבן טוישן אין די לעצטע פאר טעג, ווען איינוואוינער איבער'ן לאנד קומען ארויס פראטעסטירן קעגן די פאליציי און קעגן די על-סיסי רעגירונג. די פראטעסטן נעמט זיך פון דעם וואס על-סיסי האט אונטערגענומען א פראיעקט אפצושטעלן א פראבלעם וואס פלאגט שוין עגיפטן לאנגע יארן, אז פריוואטע בירגער פארכאפן פראפערטיס וואס באלאנגט פאר די רעגירונג, און נוצן דאס אויפצובויען רעזידענץ געביידעס און אנדערע סטרוקטורן אנדעם וואס זיי זאלן אפילו אנפרעגן דאס מינדעסטע ערלויבעניש. על-סיסי'ס קאמפיין ארבעט אז די פאליציי און מיליטער קומען אן צו די סארט געביידעס מיט גרויסע בולדאזערס און געבן עטליכע שעה אז אלע מענטשן זאלן עוואקואירן, און דערנאך ווערן די געביידעס איינגעווארפן – און דאס רופט ארויס גרויס אויפברויז, ווען הונדערטער פאמיליעס טרעפן זיך פלוצלינג היימלאז. נעכטן איז געווען א ווילדע טאג פון די סארט פראטעסטן אין הויפטשטאט קאירא, וואו 31 פאליציי אפיצירן זענען פארוואונדעט געווארן, ברענגענדיג די מיליטער זיך צו באנוצן מיט ברוטאליטעטן, פון וועלכע איינער איז אומגעקומען און 19 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן.

בילד: פרישע אומרוען קאכן זיך אין עגיפטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל