רוים – די איטאליענער רעגירונג האט געמאלדן אז זי וועט נישט פרובירן דורכצושטופן א נייע קאנטראווערסיאלע אימיגראנטן געזעץ אין די קומענדיגע פאר וואכן. דער געזעץ פארשלאג זאגט אז קינדער פון אימיגראנטן אין איטאליע, דאס נעמט אריין סיי קינדער וועלכע זענען געבוירן צו אימיגראנטן שוין זייענדיג אין איטאליע, און אויך אזעלכע וואס זענען אריינגעקומען אינאיינעם מיט זייערע עלטערן, אבער זענען געווען אונטער 12 יאר אלט, וועלן קריגן אויטאמאטיש פולקאמע איטאליענער בירגערשאפט. למעשה איז די רעאליטעט אין איטאליע אז דער אישו פון אימיגראציע איז גאר קאנטראווערסיאל, נעמענדיג אין באטראכט אז אין בלויז די לעצטע 3 יאר זענען אנגעקומען מער ווי א האלב מיליאן אימיגראנטן דורך שיפלעך קיין איטאליע, און דאס פאלק איז שוין מיד פונעם אימיגראנטן פלייץ. דער פלאן איז געווען אז דער געזעץ פארשלאג וועט אויפגעברענגט ווערן פאר א שנעלע "קאנפידענץ אפשטימונג" אינעם פארלאמענט, וואס וואלט פארשנעלערט דאס אימפלעמענטירן דעם געזעץ, אבער וואלט אין די זעלבע צייט דערקלערט אז אויב עס פאלט דורך אינעם פארלאמענט, וועט די רעגירונג גענצליך אויפגעבן אויפן פלאן, און דאס האט געברענגט אז פרעמיער מיניסטער פאולא דזשענטילאני זאל אפשטופן דעם גאנצן פארשלאג, איינזעענדיג אז עס וועט ווארשיינליך דורכפאלן אינעם "קאנפידענץ אפשטימונג".

בילד: איטאליע אפגעשטופט אימיגראנטן געזעץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל