קאשמיר ראיאן – פרישע אנגעצויגנקייט האט נעכטן אויסגעבראכן אינעם קאשמיר ראיאן, וועלכע אינדיע און פאקיסטאן טענה'ן ביידע אז עס באלאנגט פאר זיי, ווען פיר פאקיסטאנער זעלנער זענען אומגעקומען נאכדעם וואס זייער ארמיי טרעקל איז באטראפן געווארן פון א באמבארדירונג, וואס די פאקיסטאנער מיליטער זאגט אז די באמבארדירונג איז געקומען פונעם אינדיער זייט פון קאשמיר. די יארן-לאנגע געפעכט צווישן די צוויי לענדער האט זיך פארשארפט אין די לעצטערע מאנאטן, מיט קעגנזייטיגע באשולדיגונגען איבער פארלעצונגען פון אן אנגייענדיגע שטילשטאנד אינעם ראיאן, וואס דער שטילשטאנד איז שוין אין קראפט זינט 03'. א לעצטערע ערנסטע אינצידענט איז געווען מיט א האלב יאר צוריק ווען א פאקיסטאנער אויטאבאס מיט ציווילע פאסאזשירן איז אטאקירט געווארן דורך די אינדיער מיליטער, אומברענגענדיג 12 פאסאזשירן, און נעכטן האט פאקיסטאן באשולדיגט אז די אינדיער מיליטער האט באמבארדירט איר א מיליטערישע טרעקל און אומגעברענגט 4 זעלנער. אינדיע לייקנט שטיין און ביין.

בילד: אנגעצויגנקייט צווישן אינדיע און פאקיסטאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל