וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט דערקלערט אז די וואך וועט אפיציעל זיין דער "פאבריצירט אין אמעריקע" וואך, ווען דאס ווייסע הויז וועט נאכאנאנד ארויסהייבן די וויכטיגקייט פון אמעריקאנער ביזנעסער צו פראדוצירן זייערע פראדוקטן אין אמעריקע, און דאס אז אמעריקאנער בירגער זאלן זעהן וואס מער צו קויפן פראדוקטן וועלכע זענען פאבריצירט און פראדוצירט געווארן אין אמעריקע, מיט'ן ציהל צו הייבן די אמעריקאנער עקאנאמיע און צוריקברענגען מיליאנען דזשאבס פון איבער דער וועלט.

טראמפ וועט היינט מאנטאג אפהאלטן א ספעציעלע סעסיע אין ווייסן הויז, וועלכע וועט ארויסשטעלן פראדוקטן פון אלע פופציג אמעריקאנער שטאטן, ארויסצוהייבן פארשידענע פראדוקטן, אנגעהויבן פון טעכנאלאגיע און געענדיגט ביי אגריקולטור, וואס ווערן פראדוצירט אין אמעריקע – אבער דעמאקראטן האבן זיך באלד ארויפגעכאפט און ארויסגעהויבן אז דער פרעזידענט איז היפאקריטיש, ווייל פילע פון זיינע "טראמפ" פראדוקטן און זאכן וואס זיינע קינדער פראדוצירן, ווערן פאבריצירט אין אנדערע לענדער.

בילד: טראמפ דערקלערט  "פאבריצירט אין אמעריקע"  עקאנאמישן קאמפיין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל