לאנדאן – ביזנעסלייט אין ענגלאנד האבן אויסגעדרוקט סקעפטיציזם איבער דעם וואס דער געוועזענער בריטישער פרעמיער מיניסטער טאוני בלעיר זאגט אז ער ארבעט אפצושטעלן דעם ברעקזיט, מיט'ן ציהל צו העלפן די בריטישע עקאנאמיע און בריטישע ביזנעסער. בלעיר זאגט אז אויב דער ברעקזיט וועט טאקע דורכגעפירט ווערן, וועט עס האבן געפארפולע עקאנאמישע קאנסעקווענצן פאר ענגלאנד, וואס מען וועט ליידן דערפון לאנגע יארן. בלעיר ארבעט יעצט מיט די פירער פונעם אייראפעאישן יוניאן אז זיי זאלן מסכים זיין נאכצוגעבן פארשידענע זאכן פאר ענגלאנד, אריינגערעכנט דאס אפשפארן די גרענעצן צווישן ענגלאנד און אנדערע אייראפעאישע לענדער, און אין אויסטויש, וועט ענגלאנד בלייבן אינעם אייראפעאישן יוניאן. פילע בריטישע ביזנעסלייט האבן אבער געזאגט אז זיי האבן שוין אנגעהויבן אונטערצונעמען די נויטיגע שריט וויאזוי צו אפערירן אין אן ענגלאנד אינדרויסן פונעם יוניאן, ווייל זיי גלייבן נישט אז ס'איז דא א שאנס אפצושטעלן דעם ברעקזיט.

בילד: ביזנעסער סקעפטיש איבער ברעקזיט אפשטעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל