ענגלאנד – א וויכטיגע דערמאנונג כסדר אויסצוטאן די לענסעס פון די אויגן ביינאכט, איז געקומען אין די טעג אין פארעם פון א געשיכטע וואס האט פאסירט אינעם סאליהאל שפיטאל אין וועסט מידלענדס, ענגלאנד. א 67 יעריגע פרוי איז געווען געסקעדזשולט דורכצוגיין אן אפעראציע צו פאררעכטן דעם "קאטאראקט" אינעם אויג, ווען די דאקטוירים האבן זיך אנגעשטויסן אין א מאדנע בלאקאדע, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין ביידע אויגן פון די פרוי זענען ארומגעשווימען נאנט צו דרייסיג פלאסטישע לענסעס! די דאקטוירים האבן געפארטיגט די אפעראציע סוקסעספול, און האבן דערנאך דערציילט פאר די פרוי איבער זייער מאדנעם געפונס. זי האט זיך פארענטפערט אז זי ליידט אויפן זכרון, און זי פארגעסט אפט אויסצוטאן די לענסעס ביינאכט. זי האט דערציילט אז עס האט איר טאקע געוואונדערט דאס וואס זי האט געשפירט פאר לאנגע מאנאטן אן אומבאקוועמליכקייט און שטארקע טרוקנקייט אינעם אויג, קלערנדיג אז דאס קומט בלויז צוליב איר פארעלטערט ווערן.

בילד: געדענקט אויסצוטאן אייערע לענסעס!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל