טאקיא – דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער, שינזא אבעי (Shinzo Abe), האט געליטן א זעלטענעם און שטארקן פארלוסט ביי לאקאלע וואלן וואס זענען נעכטן אפגעהאלטן געווארן אין דער יאפאנעזער הויפטשטאט טאקיא. די וואלן זענען פארגעקומען פאר די לאקאלע סיטי אסעמבלי אין טאקיא, וועלכע פארמאגט 127 זיצן, און אבעי'ס ליבעראלע דעמאקראטישע פארטיי האט געוואונען בלויז 23 זיצן. די וואלן זענען בעיקר באטראכט געווארן ווי א רעפערענדום אויף די אמטירנדע גובערנאטארשע יוריקאו קאיקע, פון די "סיטיזענס פוירסט" פארטיי, אבער מען האט אויך געקוקט צו זען וויאזוי אבעי'ס פארטיי וועט אויסמאכן. בעפאר די וואלן האט אבעי'ס פארטיי געהאט 57 זיצן אינעם אסעמבלי, וואס באדייט אז די פארטיי האט גאר פארלוירן זיצן אין די נעכטיגע וואלן, אין דער צייט וואס גובערנאטארשע קאיקע'ס פארטיי האט באקומען 79 זיצן. אבעי האט אין א סטעיטמענט אנערקענט דעם פארלוסט און געזאגט אז ער וועט ארבעטן צוריקצוגעווינען צוטרוי ביים פובליק.

בילד: יאפאן פירער ליידט וואל פארלוסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל