בעיזשינג – אמעריקאנער פענטאגאן באאמטע האבן געזאגט אז אן אמעריקאנער מלחמה שיף האט נעכטן דורכגעשפרייזט די וואסערן אינעם דרום כינע ים, נעבן אן אינזל אויף וועלכע עטליכע ארומיגע לענדער קריגן זיך איבער'ן קאנטראל דערויף. טייוואן, כינע און וויעטנאם זאגן אלע אז דער טרייטאן אינזל באלאנגט פאר זיי, און שוין עטליכע יאר וואס עס הערשט א געפאר פון פולקאמער קריג צווישן די 3 לענדער. ווי דער פענטאגאן זאגט, איז די מיסיע דורכצופארן מיט אן אמעריקאנער באוואפנטע שיף, אנגעפילט מיט עטליכע מיסילס, געווען צו צייגן פאר אלע דריי לענדער א שארפן מעסעדזש, זיי זאלן אויפהערן מיט די קריגערייען. כינע'ס אויסערן מיניסטעריום האט פארדאמט די אמעריקאנער מיסיע, זאגנדיג אז עס איז געווען א קלארע פארלעצונג פון כינע'ס טעריטאריעלע רעכטן, און די אמעריקאנער מיסיע איז געקומען אינעם זעלבן טאג וואס טראמפ האט טעלעפאניש גערעדט צום כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג און צום יאפאנעזער פרעמיער שינזא אבעי, וואס ער וועט זיך מיט ביידע טרעפן ענדע וואך אין האמבורג ביים דזש-20 סאמיט.

בילד: אמעריקע שפיאנירט אויף כינע'ס אינזלען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל