לאנדאן – די בריטישע רעגירונג האט געזאגט אז זי האט נעכטן געענדיגט די טעסטן אויף הונדערטער וואלקנקראצער געביידעס איבער'ן לאנד, און עס שטעלט זיך ארויס אז 181 פון די 600 געביידעס וואס זענען אונטערגעזוכט געווארן זענען דורכגעפאלן די סטאנדארט זיכערהייט פראבעס און זענען אין געפאר פון גענצליך אפברענען אין פאל א פייער פאסירט אין די געביידעס. די טעסטן זענען דורכגעפירט געווארן אין שאטן פונעם גרענפעל טורעם פייער אין לאנדאן, וואו אכציג זענען אומגעקומען מיט 3 וואכן צוריק, און ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט האט זיך דאס פייער ווילד שנעל צעשפרייט אלס רעזולטאט פון געפארפולע פייער-פארשפרייטנדע "סיידינג" וועלכע האט באדעקט די דרויסנדיגע ווענט פונעם טורעם. די נייעס קומט אין דער זעלבער צייט וואס די בריטישע אויטאריטעטן האבן געזאגט אז אזעלכע גרענפעל טורעם איינוואוינער, וועלכע האבן אומלעגאל ארויסגעדונגען זייערע אפארטמענטס אינעם טורעם פאר אנדערע, און האבן נישט דערציילט פאר די אויטאריטעטן נאכ'ן פייער איבער די אידענטיטעטן פון די מענטשן פאר וועמען זיי האבן אומלעגאל פארדינגען די דירות, וועלן מעגליך אויסשטיין ערנסטע קלאגעס.
הוסף רשומת תגובה