עסטרייך – דאס העכסטע געריכט אין עסטרייך האט געאורטיילט אז די רעגירונג האט געהאט די פולשטענדיגע אויטאריטעט צו פארכאפן קאנטראל און אייגנטימערשאפט פונעם הויז וואו דער נאצי פירער אדאלף היטלער ימ"ש איז אויפגעוואקסן אלס קינד. די עסטרייכישע רעגירונג האט פארכאפט דאס הויז ענדע יאר 16', וואס איז געקומען נאכדעם וואס די רעגירונג האט פרובירט מיט שיינעם עס אפצוקויפן פונעם אריגינעלן אייגנטימער, אויס זארג אז נעא-נאציס פון איבער דער וועלט וועלן עס פארוואנדלען אין אן עהרן-ארט, אבער ווי נאר די רעגירונג האט קאנפיסקירט דאס הויז, איז דער אייגנטימער, גערלינדא פאמער, אריין אין געריכט און געקלאגט די רעגירונג פאר'ן עס פארכאפן אן קיין שום רעכט און אן דעם וואס ער זאל האבן באגאנגען סיי וועלכע קרימינאלע אקט. נעכטן האט אבער דאס העכסטע געריכט געאורטיילט אז די רעגירונג האט געהאט רעכט צו פארכאפן דאס הויז, וויבאלד ס'איז אין פובליק'ס אינטערעסע און וואוילזיין אז דאס הויז זאל זיין אונטער רעגירונג קאנטראל און נישט ס'זאל ווערן פארוואנדלט אין א צוציאונגס ארט פאר נאציס, נאכדערצו אז די רעגירונג וויל קאמפענסירן דעם אייגנטימער מיט געלט.
הוסף רשומת תגובה