סאליווען קאונטי – פאליציי אין סאליווען קאונטי האבן ארעסטירט און אנגעקלאגט א פארשוין מיט רויבעריי און וואנדאליזם קלאגעס, און באזונדער האס פארברעכן קלאגעס, נאכדעם וואס ער האט זיך איינגעבראכן אין א אידישן קעמפ און דארטן וואנדאליזירט און געשעדיגט געביידעס. דער פארשוין, קריסטאפער סענטארא (Christopher Santoro), האט זיך איינגעבראכן אין "קעמפ שומרי" אויף דער לעיק מאריא גאס אין ליבערטי, וועלכע עקזיסטירט שוין נאענט צו הונדערט יאר, און ער האט וואנדאליזירט עטליכע באנגעלאס און געביידעס, אויסשיסנדיג פענסטערס, אראפברעכנדיג ווענט און טירן, און אנדערע שאדנס, און באזונדער האט ער אנגעפירקלט אנטיסעמיטישע לאזונגען אויף עטליכע ווענט. פון סורוועילענס קאמערעס אינעם קעמפ זענען די פאליציי געקומען אויף זיינע שפורן, און האבן אים ארעסטירט אין סאוט פאלסבורג. נאך א קורצער אויספארשונג האט זיך ארויסגעשטעלט, אז זיינע מאטיוון זענען געווען וויבאלד "ער האט נישט געגליכן די רעליגיע און פירונג פון די אקופאנטן אינעם קעמפ" – ווי עס לויטעט די געריכטליכע דאקומענטן. סענטארא ווערט געהאלטן אין דער סאליווען קאונטי טורמע אויף צען טויזנט דאלאר בעיל.

בילד: קריסטאפער סענטארא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל