וואשינגטאן – "דע הילל" פאליטישע נייעס אגענטור האט נעכטן באריכטעט אז דער געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא ארבעט שטילערהייט ארויסצוהעלפן די דעמאקראטישע פארטיי, יעצט ווען זיי גייען דורך שווערע צייטן, ווען זיי זענען נישט אין קאנטראל פון קיין איין צווייג פון דער פעדעראלער רעגירונג און דערווייל זעט נישט אויס אז זיי האבן גרויסע האפענונגען צוריקצוכאפן קאנטראל פונעם סענאט אדער קאנגרעס אין די מידטוירם וואלן אין יאר 18'. לויט'ן באריכט, האלט אבאמא אפ רוטינע טעלעפאנישע געשפרעכן, און עטליכע פערזענליכע זיצונגען, מיט דעמאקראטישע סענאטארן און קאנגרעסלייט, אריינגערעכנט דעמאקראטישער סענאטאר קריס וואן האלען פון מערילאנד. באזונדער רעדט אבאמא אפט טעלעפאניש מיט'ן דעמאקראטישן פארטיי פארזיצער טאם פערעז, און לויט דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע איינגעשטעלטע, טוט זיך אבאמא וויצלען מיט פערעז אז "ס'איז נישט געפערליך, נאר די וואג פון די צוקונפט פון די פאראייניגטע שטאטן ליגט אויף דיינע אקסלען...". דערווייל האט אבער אבאמא גארנישט געטאן אדער גערעדט אין דער עפנטליכקייט איבער זיין צוקונפטיגע ראלע אין דער דעמאקראטישער פארטיי.

בילד: אבאמא ארבעט שטיל פאר דעמאקראטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל