וואשינגטאן – עטליכע רעפובליקאנער סענאטארן האבן נעכטן געלאזט הערן, אז זיי שטיצן א פלאן אז דער סענאט זאל קודם שטימען אויף א ביל גענצליך אפצושאפן אבאמאקעיר, און ערשט דערנאך זאל מען אויסארבעטן א נייעם העלט קעיר ביל און שטימען דערויף ביי א שפעטערדיגן דאטום. ביז יעצט האבן די רעפובליקאנער געארבעט אז ס'זאל גיין אינאיינעם, אין איין ביל זאל ליגן דאס בטל מאכן אבאמאקעיר און דאס אוועקשטעלן א נייעם סיסטעם, און פרעזידענט טראמפ האט פאריגע ענדע וואך געשריבן א מעסעדזש אז אויב די רעפובליקאנער אינעם סענאט קענען נישט סוקסעספול באשטעטיגן א ביל פאר א נייע העלט קעיר סיסטעם, זאל מען אפשר קודם שטימען אפצושאפן אבאמאקעיר. דעמאקראטן האבן שארף אראפגעריסן טראמפ'ס פארשלאג, זאגנדיג אז דאס מיינט אז מיליאנען אמעריקאנער וועלן בלייבן אפאר וואכן אדער מאנאטן אן קיין העלט אינשורענס, אין דער פעריאדע צווישן וואס אבאמאקעיר וועט ווערן בטל, ביז א רעפובליקאנער פלאן וועט אריינגעשטעלט ווערן אין קראפט. נעכטן האט מען געהערט פון רעפובליקאנער סענאטאר רענד פאול אז ער שטיצט טראמפ'ס פארשלאג, און רעפובליקאנער סענאטאר בען סאס האט געזאגט מען זאל באשטעטיגן א ביל אפצושאפן אבאמאקעיר אויף א פארנעם אז די אנולירונג וועט אריינגיין אין קראפט אויטאמאטיש, ווען דער נייער רעפובליקאנער העלטקעיר סיסטעם ווערט באשטעטיגט.

בילד: סענאטארן שטיצן טראמפ'ס "ריפּיעל" פלאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל