מעין – נעכטן האט מען געהערט פון דריי באזונדערע סטעיטס וועלכע פלאגן זיך מיט ערנסטע בודזשעט פראבלעמען. ווי שוין נעכטן באריכטעט, געפינט זיך ניו דזשערסי אין א שאטדאון סטאטוס נאכדעם וואס גאווערנאר קריס קריסטי און די דעמאקראטיש-קאנטראלירטע אסעמבלי האבן זיך נישט געקענט פאראייניגן אויף א פרישן בודזשעט, אבער אויך די סטעיט מעין איז אין א שאטדאון, נאכדעם וואס דער רעפובליקאנער גאווערנאר פאול לעפעידזש האט געהאט ארויסגעשטעלט א בודזשעט פון זיבן ביליאן דאלער פאר די קומענדיגע צוויי יאר, וואס זיין בודזשעט האט אריינגענומען א פראפאזיציע צו אנולירן א ספעציעלן שטייער וואס די מעין סטעיט וויילער האבן געהאט באשטעטיגט, אז רייכע פארדינער וועלן צאלן א ספעציעלן סטעיט שטייער צו העלפן פאנדן די סטעיט'ס שולעס. אין אילינאי ליידט מען פון אן אנדערן קריזיס, ווען די סטעיט קאסע איז אויסגעלאפן פון געלט צו באצאלן פאר אירע פארבארגער, און עס האט געהאלטן ביי דעם אז די קרעדיטאר פירמעס זאלן נידערן די "רעיטינג" פון אילינאי אלס "אפפאל" – די סאמע נידריגסטע קרעדיט רעיטינג פאר א סטעיט. אילינאי האט נעכטן אין עמורדזשענסי באשטעטיגט א ביל צו שאפן פרישע שטייערן וואס וועט אריינברענגען 5 ביליאן דאלאר פאר דער סטעיט'ס קאסע.
הוסף רשומת תגובה