וויסקאנסין – א פאטאלער פליגער קראך האט נעכטן פאסירט, ווען זעקס זענען אומגעקומען אויף א קליינעם פליגער וואס איז געווען אויפ'ן וועג פון שיקאגא קיין קאנאדע. דער קליינער סעסנא פליגער איז געפלויגן העכער'ן שטעטל הארמאני אין וויסקאנסין, זייענדיג אויפ'ן וועג צו כאפן פיש ביי א טייך אין קאנאדע, ווען פלוצלינג האט דער פליגער געקראכט אראפ אויף א ליידיגן פעלד, אומברענגענדיג אלע זעקס וועלכע האבן זיך געפונען אויפן פליגער. די נאציאנאלע טראנספארטאציע זיכערהייט באורד האט אראפגעשיקט אויספארשער צו דער סצענע, וואס האבן געזאגט אז די לופט טראפיק קאנטראל באאמטע האבן אויפגעכאפט דיסקוסיעס פונעם סעסנא'ס פילאט איבער א שווערן לאקאלן וועטער. די נאציאנאלע טראנספארטאציע זיכערהייט באורד אויספארשער זענען אויך פארנומען אויסצופארשן אן אנדערע פאטאלן קליינער פליגער אינצידענט וואס האט פאסירט שבת, ווען 4 זענען אומגעקומען נאכדעם וואס א קליינער פליגער האט אראפגעקראכט אין טשעטסווארט, דזשארדזשיע.

בילד: פאטאלער פליגער קראך אין וויסקאנסין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל