וואשינגטאן – נאענט צו העלפט פון אלע 100 אמעריקאנער סענאטארן, אריינגערעכנט פילע רעפובליקאנער, האבן געשריבן א בריוו צו די סענאט און קאנגרעס בודזשעט קאמיטעען, זיי זאלן פארזיכערן אז די געלטער פאר'ן "היעפ" פראגראם, וועלכע שטעלט צו פינאנציעלע הילף פאר מענטשן וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן צו צאלן הייצונג אין די קאלטע ווינטער מאנאטן, ווערן נישט געשניטן. פרעזידענט טראמפ און זיין בודזשעט דירעקטאר מיק מולוועיני האבן אין זייער בודזשעט פארשלאג עטליכע וואכן צוריק פארגעשלאגן גענצליך צו עלימינירן דעם פראגראם, און מולוועיני זאגט אז די סיבה דערצו איז וויבאלד מ'זעט נישט אז עס זאל עפעס אויפטאן פאר'ן לאנד. יעצט, טראץ וואס מען שטייט אין די הייסע זומער טעג, זארגן זיך סענאטארן פון קאלטע-וועטער סטעיטס אז די פעדעראלע רעגירונג זאל נישט עלימינירן דעם פראגראם. בלויז אין לעצטן יאר האט דער פראגראם פארטיילט 3.4 ביליאן דאלער פאר ארום זעקס מיליאן הייזער איבער'ן לאנד, און די סומע געלטער וואס יעדער געניסער באקומט איז געשניטן געווארן מיט 100 דאלער אין לויף פון די יארן 10' ביז 15', צוליב געצווינגענע בודזשעט שניטן וואס די רעפובליקאנער האבן געהאט איינגעשטעלט אונטער אבאמא. יעצט זאגן די סענאטארן אז עלימינירן גענצליך דעם פראגראם, וועט איבערלאזן פילע ארימע און עלטערע בירגער צו דארפן מאכן דעם שווערן באשלוס צי זאלן זיי אויסגיין פון געלט אדער פון הונגער.

בילד: סענאט וויל אנהאלטן "היעפּ" געלטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל